לדלג לתוכן

קאניאק (בראנפן)

פֿון װיקיפּעדיע
א פלאש קאניאק מיט א טולפאן גלאז

קאָניאַק (פראנצויזיש: Cognac) איז גאר א געשמאקער בראנפן געמאכט דורך דיסטילירן א געוויסן סארט ווייסע וויין. דער נאמען נעמט זיך פונעם קאניאק געגנט אין פראנקרייך, וואו די סארט בראנפן ווערט געמאכט.

לויטן אייראפעיאישן געזעץ טאר מען נישט רופן קאניאק נאר בראנפן וואס ווערט געמאכט אין יענעם געגנט לויט די שטרענג קאנטראלירטע רעגולאציעס, אבער אויף יידיש איז ביי אסאך דער שטייגער אז יעדער בראנפן געטריבן פון וויין רופט מען אן קאניאק, כאטש עס איז נישט דארט געמאכט געווארן.

אינעם זעכצנטן יארהונדערט האבן די האלענדישע אנגעהויבן אויסדעמפן דאס וויין וואס זענען געקומען פון דעם געגנט, וויבאלד עס איז געווארן פארדארבן מיט דער צייט. ווען זיי האבן אנערקענט אז ס'איז געשמאקער אזוי, האט מען עס לכתחילה אנגעהויבן צו מאכן אלס געטראנק.


מען מוז עס עלטערן אין הילצערנע פעסער כאטש צוויי-א-האלב יאהר צו קענען ווערן אנגערופן קאניאק, אבער מערסטע קאניאק'ס ווערן געעלטערט לענגער פון דעם. קאניאק קען האבן אן אלקאהאלישן אינהאלט צווישן 40% און 60%.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: קאניאַק