מסכת בבא קמא
מראה
מסכת בבא קמא איז די ערשטע מסכתא פון סדר נזיקין אין משניות און האט 119 בלעטער אין בבלי. די מסכתא האנדלט ארום הלכות פון שעדיגען אנדערען אייגנטום.
די מסכת איז די ערשטע פון 3 מסכתות וואס רעדן זיך פון שעדיגן יענעם זאכן, בענעמונג מיט יענעםס געלטער, און ווי אזוי אייגנטום ווערט באשטעטיגט, אלע 3 האבן זיי 10 פרקים.
די גמרא זאגט אז כולי נזיקין חדא מסכת הוא ד.ה. אלע דריי בבות: קמא, מציעא, און בתרא ווערט באטראכט ווי איין מסכתא.
נעמען פון די פרקים (קאפיטלעך) אין דער מסכתא
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ארבעה אבות - רעדט בעיקר פון די הויפט וועגן ווי אזוי די תורה זאגט איינער קען שאדן מאכן א צווייטען.
- כיצד הרגל - רעדט ווי אזוי א מענטשנס בהמה ווען עס שעדיגט מאכט דעם בעל הבית באצאלן.
- המניח - רעדט פון איינער וואס לייגט אראפ שטרויכלינגן אויפן וועג ווי מענטשן דארפן גיין, און א מענטש אדער זיינע זאכן ווערן געשעדיגט.
- שור שנגח ד' וה' - אויב איינעםס אקס שטויסט 4 אדער 5 בהמות איינס נאכאנאנד. וואס טוט מען מיט דעם אקס.
- שור שנגח את הפרה - אויב א אקס שטויסט א שוואנגערדיגע קו צו מען דארף באצאלן פאר די נישט געבוירן קינד וואס ליגט אין די זייט טויט, און מען ווייסט נישט צו די שטויס האט דאס געטויעט.
- הכונס - אויב איינער שפארט איין א סטאדע שעף און זיי גייען ארויס און מאכן שאדן.
- מרובה - רעכנט אויס וואספארא שטארפן קומט אויס מער אפט.
- החובל - אויב איינער מאכט איינעם בלוטען.
- הגוזל עצים - אויב איינער גנבעט רויע זאכן ווי האלץ און מאכט עפעס דערפון ווי למשל א בענקל, צו ער דארף באצאלן די בענקל אדער האלץ.
- הגוזל ומאכיל - אויב איינער גנבעט און די קינדער עסן דאס אויף.
מסכתות פון ששה סדרי משנה | ||
---|---|---|
זרעים | ||
מועד | ||
נשים | ||
נזיקין | ||
קדשים | ||
טהרות | ||
ב – א מסכתא וואס האט תלמוד בבלי י – א מסכתא וואס האט תלמוד ירושלמי |