ילקוט שמעוני
מדרש ילקוט שמעוני (אדער סתם ילקוט) האט געשריבן רבי שמעון הדרשן פון פראנקפורט. ער האט געשריבן זיין ספר אין שנת ה'ע
ילקוט שמעוני איז א צוזאמענשטעל פון פארשידענע ערליי מדרשים, אנגעהויבן פון ש"ס מדרשי הלכה ומדרשי אגדה, עס איז אויף גאנץ תורה נביאים כתובים, עס האט אין זיך זייער אסאך מדרשים וואס מען קען היינט נישט טרעפן ווי דער מדרש השכם און מדרש ויושע.
דער ילקוט איז צעטיילט אויף צוויי. דער טייל אויף חומש האט 963 סימנים; דער טייל אויף נ"ך האט 1085 סימנים.
מען קען אויך לערנען פון דארט פארשידענע גירסאות וואס ער ברענגט פון מדרשים וואס אין אונזערע ארגינאלע מדרשים איז עס אנדערש געשריבן. עס איז א גרויסע מקור פאר בעלי דרשנים און מוסר זאגער'ס, אגב: דער בעל ראשית חכמה האט נישט געהאט קיין אנדערע מדרשים נאר דער ילקוט שמעוני, און אפילו ער ברענגט אראפ פון ש"ס און מדרש רבה האט ער עס אויך גענומען לויט דער גירסא וואס עס שטייט אין ילקוט שמעוני.
עס האט אויך פארשידענע מפורשים ווי דער זית רענן פון רבי אברהם אבלי סג"ל, מחבר פון "מגן אברהם". אויך האט עס געדרוקט מוסד רב קוק, זיי האבן צוגעצייכנט אלע שינוי נוסחאות פון אנדערע מדרשים. אין אסאך דרוקן איז אריינגעדרוקט א גרויסער מבוא פון בצלאל לאנדא.
שלמה באבער צייגט אן אינעם מבוא פונעם ספר מדרש זוטא, אז דער ילקוט שמעוני האט נישט געהאט די מדרש רבה חמש מגילות, נאר די קליינע מדרשים, און יעדעס מאל ווען דער ילקוט שמעוני צייכנט אן מדרש שיר השירים אבער מדרש רות מיינט דאס איינע פון די מדרשים.
דרוקסאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מ'האט שוין ארויסגעגעבן דעם ילקוט שמעוני 12 מאל.
- וויניציאה שכ"ו
- ווילנא תרכ"ד
- ורנקבורט דמיין תמ"ז
- ליוורנו שנת היתה ע"פ ברית אברהם
- לובלין
- פולנאה תקס"ה
- ווארשא סיון תרל"ח דורך המדפיס יצחק גאלדמאן
- ירושלים תשל"ה
- קראקא
- שונצינו (שאלוניקי) רפ"א, רפ"ו רפ"ז