יהודה מאיר אבראמאוויטש
געבורט |
1915 ר"ח מנחם אב תרע"ד פוילן | ||||
---|---|---|---|---|---|
טויט |
20 אפריל 2007 (אלט 92 בערך) ב' אייר ה'תשס"ז ישראל | ||||
מדינה | ישראל | ||||
קבורה ארט | הר המנוחות | ||||
לערנארט | ישיבת חכמי לובלין | ||||
באשעפטיגונג | פאליטיקער, רב | ||||
פארטיי | אגודת ישראל | ||||
| |||||
הרב יהודה מאיר אבראמאוויטש (י' אב ה'תרע"ד, 1914, לאדזש, פוילן – ב' אייר ה'תשס"ז, 20סטן אפריל 2007) איז געווען א ישראלדיקער פאליטיקער. ער איז געווען דער פארזיצער פונעם וועלטלעכן עקסעקוטיוו פון אגודת ישראל פון 1980–2007, אלגעמיינער סעקרעטאר פון אגודת ישראל אין די אנהייב יארן פון מדינת ישראל און א כנסת דעפוטאט אין דעם זיבעטן, אכטן און ניינטן כנסת. פון 1977 ביז 1981 איז ער געווען וויצע-פארזיציער פונעם כנסת.
לעבנסגעשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]הרב אבראמאוויטש איז געבוירן י' אב תרע"ד (3.9.1914) אין לאדזש פוילן, רוסלענדישע אימפעריע (היינט פוילן), צו זיין פאטער, אברהם חנוך אבראמאוויטש און זיין מוטער אסתר.[1] ביי ניין חדשים איז ער געווארן פאר'יתומט פון זיין פאטער, און ביי די בר מצוה יארן איז זיין מאמע געשטארבן, און זיין פעטער האט אים געהאדעוועט. הרב מאיר שפירא פון לובלין האט אים געטראפן ווען ער איז ארומגעפארן אין אייראפע זוכן תלמידים פאר זיין ישיבה. אזוי איז יהודה מאיר אבראמאוויטש געווארן א תלמיד ישיבת חכמי לובלין און האט באקומען דארט היתר הוראה.
רבי מאיר שפירא האט אים באשטימט צו זאגן א דף היומי שיעור אין דעם בית המדרש פונעם חוזה פון לובלין; זיין שיעור איז געווען זייער פאפולער, און האט געהאט מער ווי פופציג מיטגלידער.[2]
ער האט חתונה געהאט אין פוילן מיט חנה ווידיסלאווסקי, א טאכטער פון ישראל (זאב) ווידיסלאווסקי און אן אייניקל פון ר' מענדל קאמינער, פרעזידענט פון אגודת ישראל אין פוילן און א שוואגער פונעם שפת אמת פון גער.[1]
אין 1935 איז ער ארויף קיין ארץ ישראל, און פאר פינף איז ער געווען א מגיד שיעור אין גמרא. ער איז געווען א מיטגליד אינעם וועלטלעכן עקסעקוטיוו פון אגודת ישראל. אין 1940 האט מען אים באשטימט אלגעמיינער סעקרעטאר פון אגודת ישראל אין ארץ ישראל.[3]
פון 1955 ביז 1971 איז ער געווען וויצע־בירגערמייסטער פון תל אביב. אין 1971 איז ער אריין אין כנסת, נאך דער פטירה פון הרב יצחק מאיר לעווין. ער האט געדינט אלס כנסת דעפוטאט פון דער אגודת ישראל פארטיי ביז 1981.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ a b דוד תדהר, אנציקלופדיה לחלוצי הישוב ולבוניו, כרך 9, עמוד 3275
- ↑ אידישע טריבונע 26סטן אפריל 2007
- ↑ יהודה מאיר אבראמאוויטש
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- יהודה מאיר אבראמאוויטש אין כנסת וועבזייטל