לדלג לתוכן

גרשון גראדסקי

פֿון װיקיפּעדיע

גרשון גראָדסקי (ענגליש: Gerold M. Grodsky, געב' ט"ו שבט תרפ"ז [לערך] /18טן יאנואר 1927 ,סאנט לואיס, מיזורי) איז אַן אַמעריקאַנער פּראָפֿעסאָר פֿון ביאָכעמיע, ביאָפֿיזיק, און מעדיצין אין קאַליפֿאָרניער אוניװערסיטעט, סאַן פֿראַנציסקא, װי אױך אַ דיאַבעט־פֿאָרשער און אַן ערפינדער. ער איז מערסטנס באַקאַנט פֿאַר זײַנע בײַטראָגן אױף דער הײַנטצײַטיקער קינסטלעכער אונטערמאָגן-דריז.

גרשון גראָדסקי איז געבױרן געװאָרן דעם 18טן יאנואר 1927 אין סנט לואיס, מיזורי. זײַן פֿאָטער, לואיס (לייב) גראָדסקי, איז אױך געבױרן געװאָרן אין מיזורי, װי אױך זײַן מוטער, גאלדי (פֿעלדאַקער) גראָדסקי. אינעם פֿריִערדיקן דור זײַנען די עלטערן געקומען קיין אַמעריקע פֿון באָראָמעל, אוקראַיִנע, און אַנדערע שטעטלעך אין רוסלאַנד און פּױלן.

לואיס גראָדסקי, האָבנדיק געדינט אין דער אַמעריקאַנער אַרמײ אַלס יונגער בחור בשעת דער ערשטער װעלט מלחמה, האָט װײַטער געפֿירט מיטן טאַטנס סאָדע־אײַנפֿלעשלענען קאָמפּאַניע אין סאנט לואיס.[1]


גרשון אַלײן האט אַלס בחור אױך מיטגעהאָלפֿן אין דער אָנפֿירונג דער משפּחהס האַנדלשאַפֿט, און דערנאָך האָט אױך געדינט אינעם אַמעריקאַנישן מיליטער, אַלס אָפֿיציר אין אַמעריקאַנישן ים־פֿלאָט אין די 40-ער יאָרן. ער האָט געשטיגן אין ראנג אַזש צום הױפּט־לייטענאנט.

ער איז אַרײַנגעגאַנגען אין אילינויסער אוניװערסיטעט אין שטאָט אורבאַנאַ, און האָט דאָרט געקראָגן זײַן באַקאַלאַװער אין ביאָכעמיע אין 1947, און װײַטער זײַן מאַגיסטער אין ביאָכעמיע אין 1948. דערנאָך איז ער געגאַנגען אין קאַליפֿאָרניער אוניװערסיטעט, בערקלי, װוּ ער האָט געקראָגן זײַן דאָקטאָראַנט אין ביאָכעמיע אין 1955, און האָט געאַרבעט אַלס נאָך־דאָקטאָראַנט אין קײמברידזשער אוניװערסיטעט.

גראָדסקי האָט חתונה געהאַט מיט קיילא דין װאָלף און געהאַט צװײ טעכטער, אנדריא (דבורה) און דזשײמי.

אין 1955, נאָך זײַן נאָך־דאָקטאָראַנטישער אַרבעט, איז גראָדסקי געװאָרן אַ טייל פֿונעם פֿאַקולטעט פֿון ביאָכימיע אין קאַליפֿאָרניער אוניװערסיטעט, סאַן פֿראַנציסקא, און איז געװאָרן דער אַסאָציִיִרטער פֿאָרשונג־פֿירער פֿון דער אוניװערסיטעטס אָפּטײל פֿון מעטאַבאָלישער אױספֿאָרשונג, װאָס דער פֿירער דערפֿון איז געװען פּיטער פֿאָרשאַם. מיט דער גרופּע פֿון דער לאַבאָראַטאָריע האָט גראָדסקי איבער צענדליקע יאָרן אױסגעפֿאָרשט קריטישע פֿראַגעס װעגן די פּראָדוקציע, אײַנזאַמלונג, און אַרױסלאָז פֿון אינסולין בײַ דער אונטערמאָגן־דריז.

אין אָנהײב פֿון די 60-ער יאָרן האָבן גראָדסקי מיט זײַן לאַבאָראַטאָריע צום ערשטן מאָל אָפּגעשײדט די אונטערמאָגן־דריז פֿון אַ בעל־חי כּדי חוקר צו זײַן דערבײַ די אַרױסלאָז פֿון אינסולין. כּדי נאָך װײַטער צו פֿאַרשטײן די פֿאָרעמס פֿון דעם אַרױסלאָז האָבן גראָדסקי מיט דער לאַבאָראַטאָריע־מאַנשאַפֿט אין 1960 אינזשענירט די ערשטע אָפּגעזעצטע אימונאָ־פּראָבע ("precipitated immunoassay") אױף אינסולין. אין די 60-ער יאָרן האָט גראָדסקי אָנגעפֿירט װײַטערדיקע פֿאָרשונגען אין זײַן שפּראָצנדיקער טעאָריע װעגן דעם אַרױסלאָז פֿון אינסולין בײַ דער אונטערמאָגן דריז–אַז דאָס קומט אַרױס נישט אַלץ מיט אײן מאָל, נאָר מיט צװײ באַזונדערע סטאַדיעס–דורך עקספּערימענטן מיט אַ דורכגעטריפֿנער אונטערמאָגן-דריז ("perfused pancreas"), און אױסגעגעבן מערערע אַרטיקלען דעריבער.

אין 1970 האָט גראָדסקי אָנגעפֿירט מיט עטליכע פֿון די ערשטע פֿאָרשונגען װעגן דעם אַרױסלאָז פֿון אינסולין פֿון געמאַכטע אונטערמאָגן־דריז קעמערלעך, גערופֿענע װיספּעס ("islets"). ער האָט אױך בײַ זײ שטודירט די אױפֿפֿירונג פֿון אינסולין־אַרױסלאָז אין אָנבליק פֿון דער דאָזיקער טעאָריע.

השפּעה אױף דער קינסטלעכער אונטערמאָגן-דריז

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דורך אַלע די פֿאָרשונגען איז מען דערגאַנגען–װי גראָדסקי האָט דאָס משער געװען–אַז אינסולין װערט טאַקע אַרױסגעלאָזט מיט צװײ באַזונדערע כװאַליעס[2]. האָט מען פֿונאַנדערגעשײדט „שנעלע“ און „פּאַמעלעכע“ כװאַליעס פֿונעם אַרױסלאָז פֿון אינסולין. דער באַדײַט פֿון יענער אַנטדעקונג האָט געשטעקט אין דעם, אַז מען קען נישט פֿאַרבײַטן דער אונטערמאָגן־דריזס אַרױסלאָז פֿון אינסולין סתּם מיט אײַנשרפּיצונגען, װײַל אַן אײַנשפּריצונג גיט אײַן דעם גאַנצן אינסולין אױף אײן שלאָג. האָט מען דערבײַ דערזען דאָס באַדערפֿעניש פֿאַר אַ מין קינסטלעכע אונטערמאָגן-דריז װאָס קען פּאָמפּעװען אינסולין אין גוף אַרײַן מיט אָפּגעזונדערטע שלעג. האָט גראָדסקיס אַנטדעקונג גרױס השפּעה געהאַט אױף דער אַנטװיקלונג פֿון דער קינסטלעכער אונטערמאָגן-דריז, װאָס גרגאָדסקי האָט אױך װײַטער געאַרבעט אױף דער פּעולה דערפֿון[3].

אַנדערע פֿאָרשונגען

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

גראָדסקי האָט װײַטער געפֿאָרשט און אַרױסגעגעבן רעפֿעראַטן װעגן צאָלרײַכע טעמעס, פֿאַרבונדן מיט די גאָרמים, װירקנדיק אױף דעם אַרױסלאָז פֿון אינסולין, און מיט דער אײגנער װירקונג פֿון אינסולין אױף דער אַנטװיקלונג פֿון דיאַבעט. צװישן אַנדערע ענינים האָט גראָדסקי באַשריבן די ראָלע פֿונעם מעטאַבאָליזם פֿון גלוקאָזע אין דער אינדוקציע פֿונעם אַרױסלאָז פֿון אינסולין, אַרײַנגערעכנט דעם אױסשפּרירעװען פֿון בעטא־קעמערלעך אין דער אונטערמאָגן־דריז דורך גלוקאָזע ("beta cell glucose desensitization"); דער װירקונג פֿון רעאַקטיװע זױערשטאָף־זגאַלן ("reactive oxygen species") אין דיאַבעט; דער אָפּהענגיקײט פֿונעם אַרױסלאָז פֿון אינסולין אױף קאַלציום, און דער װירקונג פֿון אַספּאַרטיש־זײַערס און גלוטאַמיש־זײַערס אױף דער אײַנזאַמלונג פֿון אינסולין. אין 2002 האָט גראָדסקי אױסגעגעבן, מיט עירא גאָלדפֿײַן כו׳, אַ פֿאַרײניקטן היפּאָטעז פֿון דיאַבעט מסוג 2 [4].

פּראָפֿעסיאָנעלע טעטיקײטן

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

גראָדסקי האָט געדינט אַלס גאַסט־פּראָפֿעסאָר אין פּאַריזער אוניװערסיטעט „דידעראָט“ ("Paris 7") און אין גענפֿער אוניװערסיטעט ("University of Geneva"), און אַלס פֿאָרזיצער פֿון פֿאָרשונגען פֿון דער אַװיזיע־פֿאַרװאַלטונג פֿון דיאַבעט פֿאַר דער סעקרעטאַר פֿון געזונט אין די פֿאַרײניקטע שטאַטן.

גראָדסקי האָט אױסגעגעבן אַן ערך 225 װישנשאַפֿטלעכע אַטריקלען.[5] ער האָט אױך געגרינדעט דעם זשורנאַל פֿון טעכנאָלאָגיע און טעראַפּעװטישן פֿון דיאַבעט ("Diabetes Technology and Therapeutics") און איז אַ רעדאַקטאָר אױך פֿונעם זשורנאַל פֿון װיסנשאַפֿט און טעכנאָלאָגיע שייך צו דיאַבעט („(The Journal of Diabetes Science and Technology (JDST“).

ער זיצט אױף די װיסנשאַפֿטלעכע אַװיזיע־פֿאַרװאַלטונגען פֿון דער פֿונדאַציע פֿון יוגנט־דיאַבעט ("Juvenile Diabetes Foundation") און דער פֿאַרמאַצעװטישער פֿירמע „BioMarker Pharmaceuticals“, צװישן אַנדערע, און אַרבעט נאָך אַלץ אין קאַליפֿאָרניער אוניװערסיטעט, סאַן פֿראַנציסקא, װוּ ער גיט עצות מכּוח דער טעכנאָלאָגיע פֿון שטאַם־קעמערלעך צום שאַפֿן אינסולין. ער איז דער אײנציקער טראָגער (און שאַפֿער) פֿון דער אוניװערסיטעטס אַ טיטל  „פּראָפֿעסאָר עמעריטירט – אַקטיװ.“

  1. ליב ב״ר דוב הלוי
  2. ארטיקל אין 'Endocrinology'
  3. University Bulletin: A Weekly Bulletin for the Staff of the University of California, Volume 32, University of California (System) Office of Official Publications, University of California, 1983: 134
  4. Oxidative stress and stress-activated signaling pathways: a unifying hypothesis of type 2 diabetes
  5. אַרטשיווע קאָפּיע, archived from the original on 2018-06-22, https://web.archive.org/web/20180622130256/https://diabetes.ucsf.edu/news/and-winner-ucsf-diabetes-pioneer-receives-eponymous-award, דערגרייכט 2018-08-12