לדלג לתוכן

גער (הויף)

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון גור)
דער בית ישראל מיטן טאלנער רבין

גער איז דער גרעסטער חסידישער הויף אין ארץ ישראל. דער הויף הייסט נאָכן שטעטל גער נעבן וואַרשע אין פּוילן, וואו דער גרינדער פון דער דינאַסטיע, רבי יצחק מאיר אַלטער, מחבר פון "חידושי הרי"ם" האָט געוואוינט אין די יארן ווען ער האט געפירט די רביסטעווע, צום סוף פון ​​זיינע טעג. ביזן חורבן איז גער געווען דער צענטער פונעם הויף, און עס האט אריינגענומען בערך 100,000 חסידים פון פארשידענע שאטונגען. דאס חסידות איז שווער געשעדיגט געווארן אינעם חורבן ווען רוב חסידים זענען דערמארדעט געווארן, אבער זי האט זיך געלאזט ווידער אויפשטעלן אין ארץ ישראל, וואו דער רבי רבי אברהם מרדכי (דער "אמרי אמת") האט געלונגען צו אנטלויפן.

דאס חסידות איז היינט הויפטקווארטירט אין ירושלים, אין דעם ריזיגן צענטראלן בית מדרש פונעם רבי׳ן אויף ירמיהו גאס. ביי די גרויסע נסיעות, שבועות און ראש השנה, דאווענען צוזאמען אומגעפער 20,000 מענער, בחורים און יינגלעך, ווי אויך א פאר טויזנט פרויען אין דער ווייבער־שול גאלעריע.

דער היינטיגער רבי הייסט רבי יעקב אריה אלטער.

זיי זענען באקאנט אלס שארפזיניקע חברה לייט, און אָפּגעשיידטע פון זייערע פרויען איינגעפירט דורך איינע פון זייערע רביס, דער בית ישראל רבי ישראל אלטער, וואס האט געשטארקט זיינע חסידים נישט צו האבן קיין סעקסועלע אפיר מיט די ווייבער ווי ווייניגער, כדי צו זיין הייליג און כל כולו פארטאן מיט גאָט.

גערער חסידים אין ישראל וואוינען אין ירושלים, בני ברק, אשדוד, בית שמש, תל אביב, חיפה, ערד, דימונה, חצור הגלילית און קריית גת, מיט קלענערע קהילות אן עמנואל, פתח תקוה און קרית אתא. אין חוץ לארץ זענען די הויפט קרייזן פון גערער חסידים אין בארא פארק, פלעטבוש, מאנסי, לייקוווד, טאראנטא, סטאמפארד היל און גאלדערס גרין אין לאנדאן, מאנטשעסטער, אנטווערפן, מאנטרעאל, ציריך און מעלבארן.

אין אנהייב יאר תש״ף האבן א טייל גערער חסידים זיך אפגעטיילט און האבן אויפגעשטעלט א באזונדערע קהילה אונטער דעם געוועזענעם ראש ישיבה פון ״שפת אמת״, הרב שאול אלטער.

היסטאריע

דאס גערער חסידות האט זיך אויסגעוואקסן פונעם קאצקער חסידות פון דעם פרשיסחער חדר. רבי יעקב יצחק פון פרשיסחא, דער "ייד הקדוש" איז געווען א תלמיד פונעם חוזה פון לובלין; נאך אין זיין רבי'נס צייט האט ער געפירט א חברה פון די חשובע חסידים פונעם חוזה. נאך דער פטירה פונעם ייד הקדוש, האט מען אויפגענומען זיין תלמידו רבי בונים פון פרשיסחא צו פירן די רעביסטעווע. נאך דער פטירה פונעם רבין רבי בונים האט דאס חסידות זיך צעשפאלטן. טייל האבן באקריינט דעם זון רבי בונים, רבי אברהם משה פאר זייער רבין, און דער צווייטער טייל, אונטער רבי יצחק מאיר אלטער, האט באקריינט רבי מנחם מענדל פון טאמאשאוו פאר זייער רבין. רבי מנחם מענדל, שפעטער באקאנט ווי דער קאצקער רבי, האט געפירט שארף אין חסידות, און האט געפאדערט פון די חסידים מען זאל זיך אינגאנצן אפרייסן פון עולם הזה, און זיך דערווייטן פון כבוד און אפשטויסן פון שקר. נאך זיין פטירה אין תרי"ט (1859), האבן די חסידים באקריינט רבי יצחק מאיר אלטער פאר זייער רבין. רבי יצחק מאיר האט אריבערגפירט דעם הויף קיין גער; דעם קאצקער הויף האט ער איבערגעלאזט צום זון פונעם אלטן קאצקער רבין, רבי דוד.

אין ארץ ישראל

ביז 1928 האבן זיך באזעצט אין תל אביב הונדערטער גערער חסידים. אין 1938 האט תל אביב געהאט זיבן גערער שטיבלעך מיט בערך טויזנט מתפללים, אונטער דער פירערשאפט פון הרב שאול משה זילבערמאן.

די תקנות אין גער

  1. נישט גיין שפאצירן מיט דער אייגענער פרוי אין גאס.
  2. אזוי ווי ביי אלע חסידים, א בחור זאל זיך נישט טרעפן מיט זיין פארלויבטע נאכ'ן ווארט.
  3. נישט מאכן גרויסע חתונות

גערער ישיבות

א בחור ווערט אריינגענומען אין א גערער ישיבה לויט דעם באשלוס פון א קאמיטעט פונעם "איחוד מוסדות גור" וואס ווערט אנגערופן אין קורצן דער "שיבוץ", נאכן באראטן מיט די ראשי ישיבות פון דער ישיבה קטנה וואו דער בחור לערנט, און מיטן בארעכענען מיטן בחור'ס פרעפערענצן. די ישיבות זענען כמעט אלע אויפן זעלבן ראנג. די ישיבות הגדולות זענען:

  • שפת אמת אין ירושלים. דאס איז געווען די ערשטע גערער ישיבה, און די צווייטע חסידישע ישיבה אין ארץ ישראל (נאך חיי עולם). די ישיבה איז געגרינדעט געווארן אין תרפ"ו דורך רבי מנחם מענדל כשר בשליחות פונעם "אמרי אמת". נאך דער מלחמה איז רבי פינחס מנחם אלטער (שפטער גערער רבי, דער ״פני מנחם״) געווארן ראש ישיבה. ווען ער איז געווארן רבי איז זיין זון הרב שאול אלטער געווארן ראש ישיבה. כהיום איז נאר דא א ישיבה קטנה.
  • חידושי הרי"ם אין דעם רמת החייל געגנט אין תל אביב. געגרינדעט אין תרצ"ו ווי א "צווייג" פון ישיבת שפת אמת, אזוי ווי אסאך גערער חסידים זענען געקומען פון פוילן און האבן זיך באזעצט אין תל אביב. אין אנהייב איז די ישיבה געווען אין רחוב פרץ אין דרום תל אביב. דער נשיא פון דער ישיבה, רבי שמחה בונם אלטער האט פארזארגט א שטח אין רמת החייל און אין תשכ"ג האט מען געשטעלט דעם ווינקלשטיין. דער חנוכת הבית איז פארגעקומען סיוון תשכ"ט, און אין אדר תשל"א איז די ישיבה אריבער אין דער נייער געביידע. דער ראש ישיבה איז געווען הרב גדליה הערץ און דער משגיח איז געווען הרב גד אייזנער. דער היינטיקער ראש ישיבה איז הרב יוסף הורוויץ.
  • "לב שמחה" אין ערד. די ישיבה האט געעפנט אין תשמ"א מיט א גרופע בחורים פון חידושי הרי"ם ישיבה. נאכן אויפשטעלן די ישיבה האט אנגעהויבן א גרויסע זידלונג פון גערער חסידים אין ערד.
  • "תפארת משה בצלאל" אין רמות, ירושלים. (פריער געווען אין עמנואל און דערנאך אין בני ברק. )
  • "שפתי צדיק" אין חצור הגלילית, אונטער הרב אשר נייהויז.

די רבי'ס פֿון גער

דער אמרי אמת אין אייראפע
  • דער ערשטער רבי - הרה"צ ר' יצחק מאיר אלטער (תקנ"ט - כ"ג אדר תרכ"ו) „חידושי הרי"ם".געבוירן אין מאגנישאוו, א חסיד פֿונ'ם רבי ר' בונם און פֿונ'ם קאצקער רבי'ן, איינער פֿון די גדולי התורה אין פוילין.
  • דער צווייטער רבי - הרה"צ רבי חנוך העניך הכהן שאטאן פֿון אלעקסאנדער (תקנ"ח - י"ח אדר תר"ל) „חשבה לטובה"
  • דער דריטער רבי - הרה"צ ר' יהודה אריה לייב אלטער (כ"ט ניסן תר"ז - ה' שבט תרס"ה) „שפת אמת" אן אייניקל פֿון „חידושי הרי"ם". זיינע חידושים אויף ש"ס, ווי אויך זיינע ספרים על התורה, זענען אנגענומען אין אלע קרייזן.
  • דער פֿערדער רבי - הרה"צ ר' אברהם מרדכי אלטער (ז' טבת תרכ"ו - שבועות תש"ח) „אמרי אמת" דער עלצטער זון פֿון „שפת אמת"
  • דער פֿינפֿטער רבי - הרה"צ ר' ישראל אלטער (כ"ד תשרי תרנ"ה - ב' אדר תשל"ז) „בית ישראל" א זון פֿון „אמרי אמת"
  • דער זעקסטער רבי - הרה"צ ר' שמחה בונם אלטער (כ"ג ניסן תרנ"ח - ז' תמוז תשנ"ב) „לב שמחה" א זון פֿון „אמרי אמת"
  • דער זיבעטער רבי - הרה"צ ר' פינחס מנחם אלטער ( כ"א תמוז תרפ"ו - ט"ז אדר תשנ"ו) „פני מנחם" א זון פֿון „אמרי אמת"
  • דער אכטער רבי - הרה"צ ר' יעקב אריה אלטער שליט"א (געב' תרצ"ט) דער זון פֿון „לב שמחה"

בארימטע חסידים

וועבלינקען

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: גערער הויף