בירזש
מראה
בירזש (ליטוויש: Biržai) איז א שטאט אין צפון-מזרח ליטע אויפן ברעג פון די טייכן אפאשטשא און אגלואנא און לעבן דער סירואיניס אזערע, נישט ווייט פונעם גרענעץ מיט לעטלאנד, 42 ק"מ צפון פון קופישאק.[1] אין די טייכן געפינען זיך פיר אינזלען; אויף איינעם פון האט מען געבויט א פאלאץ אין 16טן יארהונדערט, וואו נאפאלעאן האט גערוט ווען ער האט מארשירט אדורך ליטע. בירזש איז פון די עלטסטע שטעט אין ליטע און ווערט שוין דערמאנט אין דאקומענטן פון יאר 1455.[2]
במשך די יארן 1492-1806 האט בירזש געהערט צו די אדעלן פון דער ראדוויל משפחה. זי האט באקומען מאגדעבורג רעכט אום 1589. יעדע וואך זענען געווען צוויי מארק טעג אין בירזש.[3]
בירזש איז פלאצירט אויף איינער פון די שאסייען פון ווילנע קיין ריגע.[3]
אום 1900 איז די יידישע באפעלקערונג געווען 2501.[1]
פערזענלעכקייטן פון בירזש
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- הרב אלחנן וואסערמאן, ראש ישיבה אין באראנאוויטש
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ a b בירזש אינפארמאציע
- ↑ Visuotinė Lietuvių Enciklopedija, t.III. Vilnius, 2003.
- ↑ a b בירזש, ליטא, archived from the original on 2008-05-13, https://web.archive.org/web/20080513223153/http://www.shtetlinks.jewishgen.org/Birzh/Birzh1.html, דערגרייכט 2008-12-20