רשות הרבים
דער רשות־הרבים שיקט אָפּ צו אַ ווערק וואָס יעדער איינער קען באַניצן און בייטן, אַדער אַן אָרט דורך וועלכן יעדער איינער קען גיין. דער רשות־הרבים איז וויכטיק אין ביידע יידישער און וועלטלעכער יוריספּרודענץ.
יוריספּרודענץ
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יוריספּרודענץ, שיקט אָפּ דער רשות־הרבים צו די ווערק אויף וועלכע מען האָט נישט קיין דרוקרעכט. למשל די מעשׂיות געשריבן דורך שלום עליכמען, די וויקיפעדיע, דער תּנ"ך און אַלע פּראָגראַמוואַרגן וואָס ווערן באַשאַפֿן פֿאַר 1974 זענען אינעם רשות־הרבים.
אַ ווערק קען ווערן אינעם רשות־הרבים דורך עטלעכע אופֿנים. אַלטע זאַכן וואָס מען האָט באַשאַפֿן פֿאַר עקסיסטירט דרוקרעכט, אָדער פֿאַר וועלכער דאָס דרוקרעכט זענט אויסגעגאַנגען זיינן אינעם רשות־הרבים. אַנדערע ווערק האָט מען באַשטימט אינעם רשות־הרבים פֿון אָנהייב.
הלכה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער רשות־הרבים אין ייִדישקייט איז אַן אויפֿגעדעקטע קהלשע אָרט ברייט לפֿחות 16 אמות. להבֿדיל, דער רשות־היחיד איז פּריוואַט־אייגנס. מע קאָן נישט עפּעס טראָגן 4 אמות אין רשות־הרבים, אָדער אַריבערטראָגן עפעס צווישן רשותן שבת לויט הלכה (זעט עירוב).