ראובן אלבז
מראה
געבורט |
1944 (אלט 80 בערך) פאס, מאראקא | |
---|---|---|
מדינה | ישראל | |
הרב ראובן עלבאַז (העברעיִש: ראובן אלבז; געבוירן ט"ו סיוון ה'תש"ד, 6טן יוני 1944) איז א ספרדישער רב און ראש ישיבה אור החיים אויף רחוב יואל נעבן קרעטשניף קעגן איבער סאטמאר שול אין ירושלים.
ער איז זעלבסט א בעל תשובה.
ער האט אויפגעשטעלט די ישיבה פאר בעלי תשובה תיכף נאכן זעקסטאגיקן קריג זעענדיג וואסארא חורבן די ירדן אראבער האבן געמאכט אויפן קבר פון דעם אור החיים הקדוש וואס איז אויפן הר הזיתים.
היינט צוטאגס איז ער פון די פירענדע רוחניות פיגורן צווישן די ספרדים מיט ישיבות כוללים און מוסדות החינוך אונטער זיין אנפירעשאפט.
זיין כוח איז אסאך צו פארדאנקען ר' שלמה בניזרי, א ספרדישער כנסת דעפוטאט וואס איז זיינס א נאנטער תלמיד. און ווערט איצט באשטראפט פאר קארופציע.