פויק
מראה
א פויק איז א שלאג מוזיק-אינסטרומענט וואס מען קלאפט מיט די הענט אדער מיט א פויקשטעקל. א זאמלונג פון פויקן און טאצן, מיט אפשר אנדערע שלאג־אינסטרומענטן. א פויק איז געמאכט פון א פֿעל פון א ציג אדער אן אנדער בהמה געצויגן איבער א מעטאלן רינג אדער א קיילעכדיקער כלי. מען שלאגט דעם פעל צו שאפן א קלאנג.
מיט א פויק טוט מען האלטן דעם טאקט פון א געזאנג. מען שפילט פויקן ביי מארש־מוזיק, און יעדער מיליטערישער ארקעסטער האט פויקער צו האלטן דעם מארש פון די זעלנער גלייך.
מען ניצט פויקן א סך אין פאפולערער מוזיק, למשל דזשעז, ראק און בלוז.
אין תנ"ך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]שמות טו כ
וַתִּקַּח מִרְיָם הַנְּבִיאָה אֲחוֹת אַהֲרֹן אֶת הַתֹּף בְּיָדָהּ וַתֵּצֶאןָ כָל הַנָּשִׁים אַחֲרֶיהָ בְּתֻפִּים וּבִמְחֹלֹת. | ||
- "האט מרים די נביאה די שוועסטער פון אהרן גענומען דעם פויק אין איר האנט, און אלע פרויען זענען ארויסגעגאנגען נאך איר מיט פויקן און טאנצן."
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
פויק