ישכר דוב רוקח (ב)
רבי ישכר דוב רוקח | ||
---|---|---|
בעלזער רב | ||
געבורט | ח' שבט תש"ח ארץ ישראל | |
חסידות | בעלזא | |
הויף ארט | קרית בעלזא, ירושלים. | |
נומער אין דינאסטיע | 5. | |
פאריגער | רבי אהרן רוקח. | |
פאטער | מרדכי רוקח פון בילגורייא. | |
מוטער | מרים רוקח לבית גליק. | |
ווייב | שרה האגער | |
קינדער | אהרן מרדכי רוקח |
הרב רבי ישכר דוב רוקח (געב. ח' שבט ה'תש"ח) איז דער היינטיגער און פינפטער רבי פון די בעלזער חסידים.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ישכר דוב איז געבוירן צו זיין פאטער הרב מרדכי רוקח דער בילגורייער רב, וועלכער איז געווען א זון פון רבי ישכר דוב רוקח, דער דריטער בעלזער רב, און איז געווען א ברודער מיט ר' אהרן רוקח, דער פערטער בעלזער רב, און צו זיין מוטער מרים,[1] א טאכטער פון ר' הערשל גליק פון סאטמאר, רומעניע.[2] דער בילגורייער רב איז נפטר געווארן פלוצלונג ווען זיין זון ישכר דוב איז געווען איין יאר אלט, און ער איז געהאדעוועט געווארן און אויפגעוואקסן אין הויז פון זיין פעטער, דעם בעלזער רב.
אום ט"ו אדר תשכ"ה האט רבי ישכר דוב געהייראט מרת שרה, די טאכטער פון רבי משה יהושע האגער, וואס איז שפעטער געווארן וויזשניצער רבי. די חתונה איז באשריבן און פארגעשטעלט געווארן דורך די מאסן מעדיע אלס די גרעסטע זייט נאך דעם שרעקליכן חורבן אייראפע. לויט די אפשאצונג פון די איזראעלישע פאליציי , האבן אומגעפער צוואנציג טויזנט מענטשן אנטייל גענומען אין דער חופה. אין דעם ערשטן אנדערהאלב יאר נאך זיין חתונה האט די פארפאלק געוואוינט אין קרית וויזשניץ און שפעטער האט זיך אומגעקערט אין ירושלים. י"ב תמוז ה'תשכ"ו ווען ער איז געווען אכצן יאר אלט, האט מען איהם באקרוינט רבי.
אין תשל"ו איז געבוירן זייער איינציגע קינד, הרב אהרן מרדכי. ט"ז אב ה'תשנ"ג האט ער געהייראט זיין ווייב מרת שרה לאה, טאכטער פון רבי שמעון לעמבערגער, מאקאווער רב פון קרית אתא.
ר' אהרן מרדכי האט דרייצן קינדער. דער עלטסטער איז הרב שלום רוקח, וועלכע האט חתונה געהאט י"ב סיון תשע"ג מיט די טאכטער פון הרב יחיאל מאיר פאנעט, מרבני בעלזא.
הנהגה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ווען רבי אהרן רוקח, דער פערטער בעלזער רב, איז נפטר געווארן אין תשי"ז האט ער נישט איבערגעלאזט קיין זון. די מערסטע בעלזער חסידים האבן געווארט אויף דעם יונגן ישכר דוב ביז ער וועט קענען איבערנעמען די הנהגה. רבי ישכר דוב איז אויפגענומען געווארן אלס בעלזער רב אין יאר ה'תשכ"ו.
באקאנט מיט זיין מוראדיגער כח הנהגה, מיט צוזאמהאלטן אזא גרויסע חסידות, און מיט נייע איינפירונגען לחיזוק הדת. און האט איינגעפירט פארשידענע קליינע ענדערוגען אינעם נוסח התפלה, נייע געדאנקען אין חינוך הבנים והבנות.
מחלוקת
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]בשנת תשמ"א, אין דער צייט וואס בעלזער חסידות אין שפיץ פון דעם יונגן בעלזער רב האט זיך שוין געהאט צושפרייט און אויסגעברייטערט, האט אויסגעבראכן א גרויסע קריג וואס אין שפיץ פון דער מערכה זענען געשטאנען די סאטמארער פארטיי מיט דער עדה החרדית פון ירושלים עיה"ק.
דער בעלזער רב האט נישט געהאלטן ביים מיטגייען מיט זיי, וואס דאס האט צוגעברענגט צו אסאך רייבערייען מיט די צוויי אויבנדערמאנטע קהילות, וואס אין יאר תשמ"א האט דאס אויסגעבראכן אין א שווערער מערכה, וואס אין דעם האבן די ערשטע געוואלט אונטער ברענגען די בעלזער קהילה.
זיין אויפטון
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ישכר דוב איז טעטיג אין עטלעכע פראנטן.
- ער האט אויפגעמאכט א ישיבה פאר בעלי תשובה (איידער דאס איז געווען אן אנגענומענע זאך צו טון).
- ער האט געעפנט אן אייגענעם בית דין און זיך אפגעטיילט פון דער עדה החרדית.
- ער האט געעפנט אן אייגענע צייטונג "המחנה החרדי", די צייטונג איז א ווידער אויפוואכונג פון פוילן וואס רבי יהושע בעלזער האט אויך געהאט אזא צייטונג מיט אט דעם נאמען.
- בשעת דער טיילונג פון אגודת ישראל און דגל התורה, האט ער זיך צאם געשטעלט מיט דגל התורה, די ליטווישע פארטיי, קעגן דער חסידישער אגודת ישראל פארטיי (כאטש זיין שווער איז געווען נשיא מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל). אין יאר תש"ס איז בעלז צוריק אריין אין אגודת ישראל.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וועבלינק
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פֿריערדיגער: הרב אהרן רוקח |
בעלזער רב תשכ"ז - |
נאָכפֿאלגער: היינטיקער |