מפא"י
מפא"י איז די ר"ת פון ארץ ישראל ארבעטערס פארטיי, איר שטעלונג איז א לינקע סאציאליסטישע, אויפן שטייגער פון די סאציאלע דעמאקראטישע פארטייען, פון מערב אייראפע.
זי איז געגרינדעט געווארן דורך עטליכע קליינע לינקע פארטייען, ווי השומר הצעיר, הפועל הצעיר, אחדות עבודה, אום 930' פארמירנדיק די גרעסטע יידישע פארטיי אין פאלעסטינע, פירנדיק די נאציאנאלע יידישע פאליטיק, אין די נאציאאלע פארלאמענט, דער הויפט פונעם פארטיי איז געווען דוד בן גוריון
ערב די גרינדונג פון די מדינה, האט מען באשטעטיקט אן איבערגאנגס רעגירונג וואס וועלן פירן דאס לאנד פונעם זעלסטשטענדיקייט, ביזן ערמעגליכן נייע וואלן, זייענדיק די גרעסטע פארטיי איז רוב זאכן געלעגן אונטער מפא"יס אויפזיכט, און ביי די וואלן פון 949', האט מפא"י געווינען 46 בענקלעך אינעם כנסת, און בן גוריון איז געווארן, דער ערשטער פרעמיער מיניסטער פון ישראל.
ביי די קומנדיקע וואלן האבן זיי געווינען 45 בענקלעך אינעם כנסת, און ביז 965' האבן זיי שטענדיק געווינען פערציק מאנדאן און מער, און 965' האבן זיי זיך פאראייניקט מיט אפגעטיילטע פון מפ"ם די נאכמער לינקע סאציאליסטיש- מארקסיסטישע פארטיי, און אינעם זעלבן יאר האט בן גוריון פארלאזט די פארטיי, גרינדנדיק רפ"י, אדער די ישראל ארבייטער ליסטע.
ביי די וואלן פון 969', איז שוין רפ"י צוריק געווען אינעם מפא"י, אבער מיט א צווייטע נאמען, "'מערך" דאס איז געווען דער אנהייב פונעם ענדע פונעם פארטיי, וואס האט געהערשט אין מדינת ישראל, נאך איידער די מדינה איז געבוירן געווארן, עס האט אבער געדויערט צען יאר ביז די וויילער האבן אריינגעשטעלט מנחם בעגין, און היינט די ארבייטער פארטיי וואס גייט נאך אין די פיסטריט פונעם אלטן פארטיי, ליידט דורכפעלער נאכאנאנד.