ז' חשוון
מראה
טעג ווען ז' חשוון קען געפאלן:
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
זחא זחג זשג זשה |
זונטיק | לך לך |
בחג בחה בשה בשז |
דינסטיג | לך לך |
גכה גכז |
מיטוואך | לך לך |
החא הכז השא השג |
פרייטיג | לך לך |
אין דעם יידישן קאלענדאר
- "יום שאילת גשמים" אין ארץ ישראל - אין דעם טאג הויבט מען אין ארץ ישראל אן צו בעטן רעגן—אשכנזים זאגן "ותן טל ומטר לברכה" ביי דער ברכה "ברך עלינו" פון די שמונה עשרה געבעט, ספרדים ענדערן די ברכה פון "ברכנו" צו "ברך עלינו".
געבוירן
- ה'תקצ"ג ー הרב חיים חזקיהו מדיני, מחבר פון "שדי חמד", רב אין קרים און חברון (נפטר ה'תרס"ה)
- ה'תרנ"ה ー הרב אברהם נשר אדלער, רב פון די בית יעקב און מחנה יהודה קווארטלען אין ירושלים, מחבר פון ספר כנפי נשרים (נפטר ה'תשכ"ט)
- ה'תרנ"ו ー לוי אשכול, פרעמיער מיניסטער פון ישראל (נפ׳ ה'תשכ"ט)
- ה'תרצ"א ー הרב יעקב מאיר שעכטער, איינער פון די גרעסטע פירער און משפיעים פון ברסלב
- ה'ת"ש ー הרב יוסף צבי סגל, ראש כולל צמח צדק און מנהל תורת אמת (חב"ד), ירושלים
- ה'תשי"ד ー אסתר חיות, פרעזידענטקע פון ישראל הויך־געריכט
- ה'תשט"ו ー הרב אברהם אלימלך פירער, מנהל פון עזרה למרפא און מעדיצינישער קאָנסולטאַנט
- ה'תשל"ו ー הרב אהרן מרדכי רוקח מבעלזא
יארצייטן
- ה'תרצ"ד ー הרב מאיר שפירא, אב"ד לובלין און ראש ישיבה פון ישיבת חכמי לובלין, און גרינדער פון דף היומי, (געב׳ ה'תרמ"ז)
- ה'ת"ש ー מרת חנה ברכה שפירא רביצין[1] זי פלעג ליינען קוויטלעך פון חסידים און זי איז געגאנגען א טלית קטן ווייב פון רבי אלימלך שפירא גראדזשיסקער רבי, דער אמרי אלימלך און דברי אלימלך
- ה'תש"ל ー הרב ברוך טאלידאנא, רב פון טבריה און מחבר פון המנהיג השלם
- ה'תשל"ד ー הרב ישראל וועלץ פון ירושלים, ראב"ד פעסט, אונגארן, מחבר פון ״דברי ישראל״ און ״חק לישראל״ און ״סדר פורים המשולש״
רעפֿערענצן
- ↑ טאכטער פון כענטשינער רבי'ן, רבי חיים שמואל הורוויץ, און אן אייניקל פונעם חוזה