קבלה
מיינט איר מסורה? מיינט איר אנעמונג?
קבלה איז א חכמה וואס ערקלערט באהאלטענע מיינונגען אין די תורה. די ערשטע ספרי קבלה זענען ספר יצירה, רזיאל המלאך, ספר הבהיר, און ספר הזוהר.
נאכן ספר הזוהר איז די חכמה הקבלה אריבער דורך די מויל צו אסאך גדולי הדור און גאונים, אבער אלעס איז געווען פארשטעלט און באהאלטן, פון די וואס זענען באוואסט צו אונז איז דער רב האי גאון וואס האט געמאכט א ספר אויף קבלה כללים מרבי האי גאון, אויך איז אין די לעצטע הונדערט יאהר געדרוקט קבלה ענינים פון אנדער גאונים ווי רב רחומאי גאון און רב חפני גאון.
פון די ערשטע גרויסע מקובלים איז ר' אליעזר מגרמייזא דער רוקח, פון איהם האט מקבל געווען רבי משה בן נחמן דער רמב"ן, זיינע ספרים אויף די תורה איז פויל מיט ענינים פון קבלה, אויך איז אין יענע צייט געווען דער ראב"ד א גרויסער בעל מקובל, דערנאך איז געווען דער רקנטי.
שפעטערדיגע ספרים זענען פרדס רמונים פון ר' משה קורדובירו, ביז עס איז אויגעשטאנען ר' אר"י. און האט אנטפלעגט גאר גרויסע טיעפע און ברייטע סודות התורה אין צענדליגער ספרים פון קבלה.
שפעטער האט זיך צוטיילט קבלה אין דריי שרשים. 1) די חסדישע רביים, וואס זענען מבאר אין זייערע אלע ספרים די טיעפע נושאים פון קבלה. 2) די תלמידי הגר"א וואס זענען עס מבאר די פשטות לויט זייער השגה. 3) די חכמים און מקובלים פון די ספררדים וואס זענען עס מבאר מיט טיעפע דורשים וואו דער רש"ש, דער בן איש חי און נאך.
טראדיציאנאל איז קבלה געלערנט געווארן נאר דורך אזעלכע וואס האבן שוין פיל געלערנט פון ספרי נגלה (ש"ס ופוסקים), און זענען שוין אלט פערציג יאר אדער מער, און זענען פארהייראט.
אויף צו לערנען קבלה פארלאנגט זיך צו לערנען מיט א געלערנטער מורה, און עס פארלאנגט זיך קענטניס אין אלע געביטן פון תנ"ך, ש"ס, מדרשים, און פסקי הלכה.
א מקובל איז איינער וואס שטודיעט חכמת הקבלה. עס איז היינט דא קאבאליסטען וואס זענען נישט דווקא פרומע עהרליכע אידן, עס זענען דא אפילו פרייע און אפילו גוים און קריסטן וואס שטודירן די שטריכן פון קבלה און זוהר.
די חכמה פון קבלה איז א טיעפע און א גרויסע, עס איז פונקט אזוי די חכמה פון נגלה, עס אנטהאלט אין זיך גאר אסאך, און מיט גרויסע טיעפקייט, אבער די פשטות דערפון קען מען לערנען אזוי ווי מען קען לערענן נגלה, מען דארף זיך אויסלערנען די כללים, און דערנאך קען יעדער אליין זיך אפלערנען ענינינם אין קבלה.
אבער דאס איז די פשטות, קבלה האט אויך אין זיך א חלק פון סוד, וואס דאס צו דערגיין קומט נאך גרויס פלאגעניש און זוכן, אזוי יעדער חכמה קען מען דאס נישט קונה זיין נאר מיט מסירות נפש והגוף ממש.
קבלת האר"י
ווי דערמאנט פריער איז דאס פארשידענע שטרעמונגען און וועגן פון קבלה. א גרויסער חלק און דער טיעפסטער דערפון איז די קבלה וואס דער האר"י הק' האט געלערנט מיט זיין תלמיד רבי חיים וויטאל. עס זענען געווען אסאך מקובלים וואס האבן געהאלטן אז דער עיקר אמת'ער קבלה איז דער קבלת האר"י און אנדערע מקובלים וואס גייען נישט אין קבלת האר"י זענען נישט ריכטיג.
אין דעם הינזיכט איז אויך דא צוויי מיינונגען, עס איז דא וואס זאגן אז אלע ספרים וואס רעדן פון קבלת האר"י איז אמת ווי דער ספר עמק המלך, שפע טל, שערי גן עדן הרמ"ז, און עס זענען דא וואס האלטן אז נאר די ספרים וואס רבי חיים וויטאל האט געשריבן דאס איז ריכטיג אנדערע זענען נישט ריכטיג און מען זאל דערין נישט לערנען.
דער חיד"א האט געהאלטן אזוי אז בלויז די קבלת האר"י ז"ל און בלויז די ספרים פון רבי חיים וויטאל זאל מען לערנען צו קענען חכמת הקבלה נישט אדדערע ווי ער שרייבט אין שם הגדולים ערך קצור תקפו כהן, וערך רבי חיים וויאטל, אין לומדים בעיה"ק בדברי קבלה כי אם הח' שערים שהועתקו מכתבי מהרח"ו עצמו ובנו, ודרך עץ החיים ותו לא, כי אפילו בכתבי האר"י ז"ל חושבבים לספרים וסדרים אחרים.
אין שו"ת חיים שאל ח"ב סי' י' שרייבט ער אזוי: ואני בעוניי איני חש לסודות שלא גילה רבינו האר"י ז"ל עצמו, וגם כי הרמ"ז ז"ל גדול כבודו עטרה בראש כל אדם, מכל מקום אני בער ולא אדע כי מה שלא גילה האר"י רבינו הגדול ז"ל אשר למד עם אליהו זכור לטוב, באלו אמרו שלא לסמוך ושב ואל תעשה עדיף.
הירא לנפשו לא יאמר שום תפלה ולא יכוין שום כוונה עד כי בעיניו יראה בכתבי הקדוש האמיתיים שהוא שער הכוונת שסידר מהר"ש וויטאל מחזיק ברכה סי' תפ"ט)
- ווייטערפירן מוסטער:רא