קבלה
מיינט איר מסורה? מיינט איר אנעמונג?
קבלה איז א חכמה וואס ערקלערט באהאלטענע מיינונגען אין די תורה. די ערשטע ספרי קבלה זענען ספר יצירה, רזיאל המלאך, ספר הבהיר, און ספר הזוהר.
נאכן ספר הזוהר איז די חכמה הקבלה אריבער דורך די מויל צו אסאך גדולי הדור און גאונים, אבער אלעס איז געווען פארשטעלט און באהאלטן, פון די וואס זענען באוואסט צו אונז איז דער רב האי גאון וואס האט געמאכט א ספר אויף קבלה כללים מרבי האי גאון, אויך איז אין די לעצטע הונדערט יאהר געדרוקט קבלה ענינים פון אנדער גאונים ווי רב רחומאי גאון און רב חפני גאון.
פון די ערשטע גרויסע מקובלים איז ר' אליעזר מגרמייזא דער רוקח, פון איהם האט מקבל געווען רבי משה בן נחמן דער רמב"ן, זיינע ספרים אויף די תורה איז פויל מיט ענינים פון קבלה, אויך איז אין יענע צייט געווען דער ראב"ד א גרויסער בעל מקובל, דערנאך איז געווען דער רקנטי.
שפעטערדיגע ספרים זענען פרדס רמונים פון ר' משה קורדובירו, ביז עס איז אויגעשטאנען ר' אר"י. און האט אנטפלעגט גאר גרויסע טיעפע און ברייטע סודות התורה אין צענדליגער ספרים פון קבלה.
שפעטער האט זיך צוטיילט קבלה אין דריי שרשים. 1) די חסדישע רביים, וואס זענען מבאר אין זייערע אלע ספרים די טיעפע נושאים פון קבלה. 2) די תלמידי הגר"א וואס זענען עס מבאר די פשטות לויט זייער השגה. 3) די חכמים און מקובלים פון די ספררדים וואס זענען עס מבאר מיט טיעפע דורשים וואו דער רש"ש, דער בן איש חי און נאך.
טראדיציאנאל איז קבלה געלערנט געווארן נאר דורך אזעלכע וואס האבן שוין פיל געלערנט פון ספרי נגלה (ש"ס ופוסקים), און זענען שוין אלט פערציג יאר אדער מער, און זענען פארהייראט.
אויף צו לערנען קבלה פארלאנגט זיך צו לערנען מיט א געלערנטער מורה, און עס פארלאנגט זיך קענטניס אין אלע געביטן פון תנ"ך, ש"ס, מדרשים, און פסקי הלכה.
א מקובל (אין ענגליש: קאבאליסט) איז איינער וואס שטודיעט חכמת הקבלה. עס איז היינט דא קאבאליסטען וואס זענען נישט דווקא פרומע עהרליכע אידן, עס זענען דא אפילו פרייע און אפילו גוים און קריסטן וואס שטודירן די שטריכן פון קבלה און זוהר.
די חכמה פון קבלה איז א טיעפע און א גרויסע, עס איז פונקט אזוי די חכמה פון נגלה, עס אנטהאלט אין זיך גאר אסאך, און מיט גרויסע טיעפקייט, אבער די פשטות דערפון קען מען לערנען אזוי ווי מען קען לערענן נגלה, מען דארף זיך אויסלערנען די כללים, און דערנאך קען יעדער אליין זיך אפלערנען ענינינם אין קבלה.
אבער דאס איז די פשטות, קבלה האט אויך אין זיך א חלק פון סוד, וואס דאס צו דערקיין קומט נאך גרויס פלאגעניש און זוכן, אזוי יעדער חכמה קען מען דאס נישט קונה זיין נאר מיט מסירות נפש והגוף ממש.