9טן פעברואר
דאַטע
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
1 | 2 | 3 | ||||
4 | 5 | 6 | 7 | 8 | 9 | 10 |
11 | 12 | 13 | 14 | 15 | 16 | 17 |
18 | 19 | 20 | 21 | 22 | 23 | 24 |
25 | 26 | 27 | 28 | 29 | ||
לוח פאר 2024 |
דעם 9טן פעברואר איז דער 40סטער טאג פון יאר אין דער זעקסטער וואך אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 325 טעג (326 אין אן עיבור־יאר).
היסטארישע געשעענישן
רעדאַקטירן- 1822 - האיטי אינוואדירט די דאמיניקאנישע רעפובליק.
- 1832 - די שטאט זשאקסאנוויל געגרינדעט אין פלארידע.
- 1934 - יוגאסלאוויע, רומעניע, גריכנלאנד און טערקיי אונטערשרייבן די באלקאנישע איינשטימונג.
- 1971 - די מענטשן באזעצטע קאסמאס-שיף אפאלא 14 קומט צוריק צום ערדקיילעך נאכדעם וואס זי האט געלאנדעט אויף דער לבנה.
- 1991 - 90% פון די וויילער אין ליטא שטימען פאר זעלבשטענדיקייט.
- 1996 - דער סינטעטישער עלעמענט אונונביום ווערט געשאפן צום ערשטן מאל.
געבוירן
רעדאַקטירן- 1793 - וויליאם הענרי העריסאן, ניינטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן (געש' 1841)
- 1830 - אבדילאזיז, הערשער איבער דער אטאמאנישער אימפעריע (געש' 1876)
- 1909 - דין ראסק, שטאטס סעקרעטאר פון די פאראייניגטע שטאטן צווישן 1961-1969 (געש' 1994)
- 1943 - זשאזעף שטיגליץ, אמעריקאנער עקאנאמיסט און געווינער פונעם נאבעל פריז פאר עקאנאמיק אין 2001
געשטארבן
רעדאַקטירן- 1881 - פיאדאר מיכאילאוויטש דאסטאיעווסקי, פון די חשוב'סטע רוסישע שרייבער (געב' 1821)
- 1957 - מיקלאש הארטי, מאטראס-אפיציר און אנטיסעמיטישער רעגענט פון אונגארן (געב' 1868)
- 2002 - פרינצעסין מארגארעט (געב' 1930)