ענדרו יענג (ענגליש: Andrew Yang; געבוירן דעם 13טן יוני 1975) איז אן אמעריקאנער געשעפטסמאן, פילאנטראפ, אדוואקאט, מאטעמאטיקער און געוועזענער דעמאקראטישער פרעזידענט קאנדידאט, און דעמאקראטישער קאנדידאט פאר מעיאר פון ניו יארק סיטי.

ענדרו יענג
געבורט 13 יאנואר 1975 (אלט 49)
פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
וואוינארט מאנהעטן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך איניציאטאר רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
https://www.yangforny.com/ אפיציעלע וועבזייטל
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

ענדרו איז געבוירן געווארן אין ניו יארק, אום 13טן יאנואר 1975, צו זיינע עלטערן, אימיגראנטן פון טייוואן. ער האט שטודירט עקאנאמיק און געזעצן אין פרעסטיזשפולע קאלעדזשעס, און האט גראדואירט מיט די העכסטע צייכנס. דערנאך האט ער אנגעפירט עטלעכע ביזנעסער.

ער האט געגרינדעט עטלעכע וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס צו העלפן מענטשן וועלכע האבן פארלוירן זייער ארבעט.

ביי די 2020 פרעזידענט וואלן איז ער געלאפן אלס דעמאקראטישער קאנדידאט. זיין פרעזידענטלעכער קאמפיין האט אים געשאנקען נאציאנאלע אויפמערקזאמקייט, ספעציעל פאר זיינע אינטערעסאנטע פאליסיס. זיינע אנהענגער און שטיצער זענען באקאנט געווארן מיט זייער צונאמען דער "יענג גענג".

נאך וואס ער האט זיך ארויסגעצויגן פון דער פרעזידענטלעכער פארמעסט, האט ער זיך אנגעשלאסן אין סי-ען-ען אלס פאליטישער קאמענטירער.

זיינע פלענער

רעדאַקטירן

יענג איז באקאנט מיט זיין אינטערעסאנטן פלאן UBI - "יוניווערסל בעיסיק אינקאם", אז יעדער מענטש אין אמעריקע, איבער די 18 יאר, זאל באקומען טויזנט דאלער א חודש

לויט אים וועט דאס זיין א שטופ פאר מענטשן צו עפענען ביזנעסער און ברענגען מענטשן צו ארבעטן.

 
לאגא פון זיין פרעזידענטלעכער קאמפיין

זיין קאמפיין פאר ניו יארק סיטי מעיאר

רעדאַקטירן

אום יאנואר 13 2021 האט ענדרו יענג אנאנסירט אז ער לויפט פאר מעיאר פון ניו יארק סיטי,

ער האט זיך זייער שטארק ארויסגעשטעלט אין שטיצע פון פריוואטע סקולס וואס דאס איז די הויפט זארג וואס איז יעצט דא ביי די יודישע געמיינדע אין די סיטי,

אום אפריל 28 2021 האט ער ערהאלטן די אינדארסירונג פון אלע היימישע גרויסע מוסדות אין בארא פארק, ביי די פארמאלע אינדארסירונג צערעמאניע איז אנוועזנד געווען משה דוד נידערמאן, פרעזידענט פון די פאראייניגטע אידישע ארגאניזאציעס פון וויליאמסבורג.

אום 5טן מאי 2021 האט יענג ערהארלטן די אינדארסירונג פון די בארא פארקער פאליטיקאנטן אסעמבלימאן שמחה אייכענשטיין און קאנסילמאן קלמן יעגער.